38 research outputs found
פֿאַר װאָס די גענדז האָבן געשריגן [Far vos di gendz hobn geshrign]
אין אונדזער שטוב האָט מען אַלע מאָל גערעדט װעגן דיבוקים, גלגולים, הײַ זער װוּ ס'האָבן אַרומגעשטיפֿט לצים, קעלערס װוּ ס'האָבן זיך אױפֿגעהאַלטן נישט-גוטע. דער טאַטע האָט גערעדט דערפֿון, ערשטנס, צוליב דעם װאָס די זאַכן זענען אים אָנגעגאַנגען. צװײטנס, דערפֿאַר װײַ ל אין דער גרױסער שטאָט װערן די קינדער קאַליע. מ'גײט, מ'זעט, מ'לײענט פּסולע ביכער, און ס'שאַדט דעריבער נישט צו דערמאָנען אַז ס'זענען פֿאַראַן פֿאַרבאָרגענע כּוחות. ..
די נאָדל [Di nodl]
מײַ נע גוטע מענטשן, הײַ נט פֿירט אױס אַלע שידוכים ליבעלע די שדכנטע. מ‘פֿאַרליבט זיך און מ‘הױבט זיך אָן אַרומפֿירן. מ‘פֿירט זיך אַזױ לאַנג ביז מ‘קריגט זיך פֿײַ נט. אין מײַ נע צײַ טן האָט מען זיך פֿאַרלאָזט אױף טאַטע-מאַמע. איך אַלײן האָב נישט געזען מײַ ן טאָדיען ביז צום באַדעקנס. מ‘האָט מיר אַראָפּגענומען דעם שלײַ ער פֿון פּנים און כ‘האָב אים דערזען מיט דער רױטער באָרד און די צעשױבערטע פּאות. ס‘איז געװען נאָך שבֿועות און ער האָט געטראָגן אַ פֿוטער װי אין װינטער. אַז כ‘האָב נישט אַװעקגעחלשט, איז נסים פֿון הימל. כ‘האָב אָפּגעפֿאַסט אַ לאַנגן זומער-טאָג. נו, װער מיר גוטס גינט, זאָל נישט האָבן קײן ערגער לעבן װי איך האָב געהאַט מיט מײַ ן מאַן. אַ מליץ-יושר זאָל ער זײַ ן. מ‘טאָר עס נישט זאָגן. נאָר כ‘קען מיך קױם דערװאַרטן װען מיר װעלן װײַ טער זײַ ן באַנאַנד. ..
Passions
װען אַ מענטש שפּאַרט זיך אײַ ן, קאָן ער אָפּטאָן זאַכן װאָס מ'מײנט אַז מ'קען זײ קײן מאָל נישט אױספֿירן – האָט זלמן גלעזער געזאָגט. – ַבײ אונדז אין ראַדאָשיץ איז געװען אַ פּראָסטער ייִ ד, אַ דאָרפֿסגײער, לײב בעלקעס. ער פֿלעגט אַרומגײן איבער די דערפֿער און אױפֿקױפֿן ַבײ די פּױערים אַ מעסטל קאַשע, אַ קראַנץ קנאָבל, אַ טאָפּ האָניק, אַ קנױל פֿלאַקס. ער האָט פֿאַרקױפֿט די פּױערטעס קאָפּטיכלעך, גלעזערנע פּערל, װאַסערלעך זיך צו באַשמעקן, אַלערלײ אָפּגעגילדטע שמאָכטעס. ַװײטער װי פֿינף װיאָרסט פֿון שטעטל איז ער קײן מאָל נישט אַװעק. די סחורה האָט ער באַצױגן דורך אַ שפּיליטער פֿון לובלין און דער אײגענער האָט אױפֿגעקױפֿט ַבײ אים װאָס ער האָט געהאַט צו פֿאַרקױפֿן. דער לײב בעלקעס איז געװען אַ פּראָסטער ייִ ד, אָבער אַ פֿרומער. שבת האָט ער געלײענט דאָס טײַ טש-חומש װי אַ ייִ דענע. אַז אַ פּאַקנטרעגער איז געקומען קײן ראַדאָשיץ, האָט ער גענומען ַבײ אים אױסצולײענען אַלע ספֿרימלעך אױף עבֿרי-טײַ טש. צום מערסטן האָט ער ליב געהאַט צו לײענען װעגן ארץ-ישׂראל. ער פֿלעגט טײל מאָל רעדן מיט אונדז חדר-ייִ נגלעך און פֿרעגן׃ װאָס איז טיפֿער, דער ירדן אָדער דער ים-סוף? װאַקסן אין ארץ-ישׂראל עפּל? װאָס פֿאַר אַ לשון רעדן די דאָרטיקע גױים? מיר האָבן אױס אים געלאַכט. אױסגעזען האָט ער עפּעס טאַקע װי אַן ארץ-ישׂראלדיקער׃ שװאַרצע אױגן, אַ פּעך-שװאַרצע באָרד און ס'פּנים אױך עפּעס שװאַרצלעך. אײן מאָל אין יאָר פֿלעגט קומען קײן ראַדאָשיץ אַ שד"ר, אײנער פֿון די ספֿרדישע ייִ דן, אַ געבױרענער אין תּימן אָדער אין שושן-הבירה. געשיקט האָט מען אים פֿון ארץ-ישׂראל. און דער דאָזיקער שד"ר האָט אױסגעזען װי לײב בעלקעסעס אַ ברודער׃ אַזאַ באָרד, אַזױנע אױגן און אַזאַ שװאַרצקײט אין פּנים. אָנגעטאָן איז געװען דער שד"ר אין אַ 2 זשופּיצע מיט שװאַרצע און רױטע פּאַסן און אין סאַנדאַלן װאָס האָבן אױסגעזען װי חליצה-שיך. אַ היטל האָט ער געהאַט װי אַ טערק. ער האָט גערעדט לשון-קודש אָדער תּרגום-לשון. ייִ דיש האָט ער אױסגעלערנט, האָט ער געזאָגט, אין די שפּעטערדיקע יאָרן. ער איז אַרומגעגאַנגען פֿון שטוב צו שטוב און געעפֿנט די פּושקעלעך װוּ מ'האָט אַרײַ נגעלײגט די נדבֿות פֿאַר ר' מאיר בעל- הנס. דער לײב בעלקעס איז געװאָרן אַזױ פֿאַרקאָכט אין אים, אַז ער האָט אים אַרײַ נגענומען צו זיך אין שטוב און יענער האָט ַבײ אים געװױנט און געגעסן. װי לאַנג דער שד"ר האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין ראַדאָשיץ האָט לײב בעלקעס נישט געטאָן קײן שום מיסחר. ער האָט געהאַלטן יענעם אין אײן אױספֿרעגן׃ װי זעט אױס די מערת-המכפּלה? װײס מען װוּ ס'ליגט אַבֿרהם און װוּ שׂרה? איז דאָס אמת אַז די מאַמע רחל קומט אַרױס אין מיטן דער נאַכט פֿון קבֿר און װײנט אױף אירע קינדער? איך בין נאָך דאַמאָלסט געװען אַ ייִ נגל און איך בין אַלײן אױך נאָכגעלאָפֿן דעם שד"ר. װען האָט מען געזען אין ראַדאָשיץ אײנעם פֿון יענע מקומות? ..
Isaac Bashevis Singer: 10-12-1972
In an interview recorded on October 12, 1972, Isaac Bashevis Singer discusses talent, passion, and creativity. He refers to his lecture “Old Truths and New Clichés and discusses art as a means for people to escape their daily struggles. Singer places emphasis on writing about things he knows best, such as Polish and Jewish culture.https://digitalcommons.brockport.edu/writers_videos/1035/thumbnail.jp
Philippe Claudel’s Brodeck as a parody of the fable or the Holocaust universalized
This article examines Philippe Claudel’s 2007 novel Brodeck (French title: Le Rapport de Brodeck) that allegorizes the Holocaust by parodying tropes and narrative structures characteristic to fairy tales and fables. While analyzing the author’s simultaneous inscription and subversion of the two ancient genres, I speculate about the possible reasons for his narrative choices and consider the meanings generated by his indirect representation of the Nazi genocide. Considering the widespread view of the Holocaust as sacred and unique, the article problematizes the novel’s universalization of the Jewish tragedy, which Claudel achieves by drawing on genres shunning historical and geographical specificity, and aiming to convey timeless and universal truths
El profeta y el poeta
Discurso del escritor Isaac Bashevis Singer que leyo al recibir el premio nobel de literatura el 8 de diciembre de 197
